Tuesday, December 25, 2012

Avrum Mordche Schwartz With Yedidim Choir

Badchen Avrum Mordche Schwartz With Yedidim Choir Sing Yiddish Lyrics at Fundraising event for an 17 Year Old Israeli Bochur who is fatherless and who has 4 Spinal Tumors, on November 27 2012 In Khal Chasidim Hall In Borough Park, Brooklyn




פרייטאג נאכמיטאג ס'פאלט א רעגן
סאיז אנגעצויגן פארן זמן
א חסד וואלאנטיר איז אויף די וועגן
אין שפיטאל אין באסטאן אויף שבת צו זיין
ער פארט און פארט ער ווייסט צו וועמען
ער געדענקט משה'לע קומענדיג פון ארץ ישראל
אויף אמעריקע זיך היילן פון זיינע פראבלעמען
אבער באטעמט צו פארברענגן מיט אים אלעמאל
מיט ווארעמקייט דעם שבת פארוויילן
שבת היא מלזעוק
ער האפט נאר גוטס וועט ער קענען פארציילן
אים שטארקן און געבן חיזוק
דעי וואך אן אפעראציע געטוהן דורכפירן
אויף משה'לעס שדרה ביטער און שווער
אפשר יעצט וועט ער זיך שוין בעסער שפירן
ער ווייסט נישט קיין פרטים ער ווייסט נישט מער
די זון פארגייט ס'איז באלד די שקיעה
צום גרויסן בנין מיט טריטן ער שפאנט
אבער אינו דומה שמועה לראיה
ווי ביטער איז דער בילד וואס ווארט אים אפ
היינט
אין שפיטאל אויפן צענטן שטאק דארט אויבן
ער דערגרייכט צו משהלעס צימער דארט ביים
טיר
ער שטעלט זיך אפ ס'לאזט זיך נישט גלויבן
ווען ער דערהערט קולות אן א שיעור
משהלע שרייט פון זיינע יסורים ביטער
א פחד א שרעק ס'כאפט אים א ציטער
ער גייט אריין לפני ולפנים
וראיתי ער זעהט מיט די אייגענע אויגן
משהלע ליגט זייטיג אויפן בעט איינגעבויגן
א גרויס חלק נעבן זיין שדרה געמיזט אויפשניידן
ער וואלגערט זיך ער טוט נעבעך ליידן
יסורים אן א סכום
ער גייט צו נעבן בעט ער פרעגט משהלע אליין
וויאזוי פילסטו ער ענטפערט מיט טרערן מיט
געוויין
אוי סטוט מיר וויי
יעדע ריר קאסט מיר א געשריי
קיינער ווייסט נישט וואס אדורך איך גיי
נאך אלע מיינע יארן אין די ריי
אזא שרעקליכע צרה נקבצו עלי
סאיז שבת קודש די ארומיגע אין שטוב
גייען דאווענען און עסן
נאך די סעודה ביי משהלעס בעט ארומגעזעסן
זיי זיצן דארט צוזאם
זינגן קה ריבון עלם
אזא שבת קיינער וויל נישט שפירן דעם טעם
די טרערן פון משהלע קען דאך שפאלטן א ים
די געפילן אין אזא מצב ווי נעמט מען צאם
זיי זינגען:
פרוק ית ענך פרוק ית ענך מפום אריותא
פרוק ית ענך פרוק ית ענך מפום אריותא
אוי אין הארץ ער וויינט מיט יללות
אוי טאטע איך בין שוין דורכגעגאנגן אזא לאנגן
גלות
מאך שוין ליכטיג פאר מיר - פון מיין חשכות נעם
מיך ארויס
מיט א געשטיקטע קול ער שמועסט זיך אויס
איך בין געקומען אויף די וועלט
גאר א קליין קינד
איך דערמאן מיך יעדן טאג יעדע צייט
היינט ווען איך טראכט אריין טרערן פון מיין אויגן
רינט
איך האב קיין איין גוטן טאג אין מיין לעבן
נאכנישט געהאט
ביי די פינף יאר אלט
מיין טאטן פארלוירן באלד
יתומים היינו ואין אב
פון איין שטוב צום אנדערן
געטוהן ארום וואנדערן
אויף אביסל ליבשאפט אלעמאל געהאפטאין חדר געגאנגען - געטוהן אנפאנגן
לערנען די אלף בית
איך האב געטוהן וויינען איך קען זיי נישט ליינען
פארוואס? נאר איין באשעפער ווייסט
מי אל כמוך - פונקט איך בין נישט זוכה
צו פארשטיין תורת השם
נישט געהאט פאר וועם אויסצורעדן
מיין צער און קלעם
דיו אילו ימי - אן א טאטע און מאמע
א מאמע וואס איז נישט געזינט
א קיש צו א גלעט - פארן גיין שלאפן אין בעט
זי זאל זאגן מיין טייער קינד
מיין שוואגער עקיבא - מיך געשטעלט אין ישיבה
כח און געלט אריינגעלייגט געטריי
כ'האב געמיינט אלס בחור הייב איך אן פון
דאסניי
פלוצלינג א בשורה א קלארע - א נייע צרה
קוים געגלייבט אז מ'מיינט מיר
א נייע סדרה - אויף מיין חוט השדרה
פיר געוואוקסן מ'טרעפט אויף איר
נאר איינס קעמען - פון מיר ארויסנעמען
געוואלד וואס איז מיט די אנדערע דריי
רפאנו השם ונרפא
משה'לע געטרייער - ס'איז איין לשייער
דיין צער איז אן א צאל
דיינע הייסע טרערן - וועט געהערט ווערן
ביי אחינו בני ישראל
דיינע אידישע ברודער נישט לאזן אליין
אויף דיר האבן רחמנות
ווייל אבי יתומים ודיין אלמנות
אוודאי יעצט - די זמן געשעצט
יעדער זעהט
קולי שמע - וראה דמע
משה'לע בעט
מיין טאטע די אייבערשטער אליין, היינט קוקט
זיך צו
העלפטס ארויס מיין משה'לע בני - הבן יקיר לי
טייערע אידן ווייזטס ארויס אייער אידיש הארץ
עטץ זעהטס דאך אליין - ווי קעמען אנגיין
ווען די מצב איז שווארץ
מיט געלט און שטיצע טוטס ענק ווארעם אנריפן
און בקול רם זאגן מיר פון הארצן טיפן
חזק חזק משה'לע היינט נאכט
כלל ישראל, פאר דיר, די הערצער אויפגעמאכט
האסט גענוג שוין צרות געליטן
און אזויפיל יארן געוויינט
סאיז ליכטיג פאר דיר פון דערווייטן
ס'וועט נאך קומען גוטע צייטן

1 comment:

Anonymous said...

very nice he has a little pinky weber style