Thursday, November 02, 2017

R' Yoel Roth - Music Video "Mit Tefillah"






1 - תפלה

פזמון: א תפלה, א תפלה, אויף דיין אייגן שפראך,
מיט תפלה, מיט תפלה, באקומט מען יעדע זאך,
מיט תפלה, מיט תפלה, וועסטו נסים זען,
מיט תפלה, מיט תפלה, ישועות וועט געשען.

אויב דו ווילסט מצליח זיין,
דיין ביזנעס זאל מרויח זיין,
דארפסט נישט מער ווי רעדן צום באשעפער.

קינדער ווארפן צאם די הויז,
איך לויף שוין באלד פון דא ארויס,
דארפסט נישט מער ווי רעדן צום באשעפער.

פזמון

די שכנים זענען אזוי שלעכט,
מיין באלעבאס איז נישט גערעכט,
דארפסט נישט מער ווי רעדן צום באשעפער.

אויך די נייעס איז נישט גוט,
זיי זאגן אלעס גייט צוגרינד,
דארפסט נישט מער ווי רעדן צום באשעפער.

פזמון

די טיטשער קאלט מיט א קאמפלעין,
עפעס איז אין סקול געשען,
דארפסט נישט מער ווי רעדן צום באשעפער.

א ישיבה פאר מיין זון,
איך ווייס נישט וואס מיט אים צו טון,
דארפסט נישט מער ווי רעדן צום באשעפער.

פזמון

אויב דו דארפסט א רפואה,
אויב דו דארפסט א ישועה,
דארפסט נישט מער ווי רעדן צום באשעפער.

אויב דו ווילסט אן אייגן הויז,
פון די חובות גיין ארויס,
דארפסט נישט מער ווי רעדן צום באשעפער.

פזמון

אז דו דארפסט א שידוך טון,
מיט דיין טאכטער מיט דיין זון,
דארפסט נישט מער ווי רעדן צום באשעפער.

מיין שלום בית איז נישט גוט,
ווער קען מיר זאגן וואס מ'טוט,
דארפסט נישט מער ווי רעדן צום באשעפער.

פזמון

דער עיקר איז נאר האב געדולד,
באלד טוישט זיך דאס גאנצע בילד,
אלע צרות וועלן ווערן איינגעשטילט.

דער באשעפער שטייט און ווארט,
דו זאלסט זיך אויסגיסן דיין הארץ,
דארפסט נישט מער ווי רעדן צום באשעפער.

פזמון

No comments: