Monday, August 14, 2017

טאנץ מיט אמונה - R' Yoel Roth - Music Video






ר' יואל ראטה - טאנץ מיט אמונה - R' Yoel Roth - Music Video

ניגון #7 - אמונה

פזמון: אויף אמונה שטייט די וועלט,
ווייל ער טוט וואס אים געפעלט,
דער באשעפער איז באלעבאס,
א איד פרעגט נישט פארוואס.

אמונה נעמט ארום,
מ'קען מיר גארנישט טון,
עס האט גארנישט קיין זין,
מיט דאגות גיין ארום,
איך בין דעם באשעפער'ס זון,
דארף איך וויסן דערפון,
אז מיט אמונה איז אלעס גרינג,
מ'איז פרייליך מ'טאנצט און מ'שפרינגט.

פזמון

אמונה מאכט געזונט,
עס רייניגט אפ פון זינד,
נחת פון יעדן קינד,
פון אמונה קומט,
א מענטש מיט אמונה,
האט א גרינגע מלחמה,
א ריינע נשמה,
מ'איז אייביג בשמחה.

פזמון

טאטע איך גלייב אין דיר,
זאג עס אן א שיעור,
וועסטו שוין זען די טיר,
וואס עפנט זיך פאר דיר,
איך געב זיך נישט קיין ריר,
אן דעם וואס איך רעד צו דיר,
איך גלייב דו ביזט מיט מיר,
אזוי זיכער בין איך מיט מיר.

פזמון

דער גרויסער באשעפער,
נעמט דאך אזוי גוט קער,
געב דיך צו אים איבער,
וועסטו זיין זיכער,
דער באשעפער איז אלץ דא,
און יעצט איז דיין שעה,
אין אמונה גיי אריין,
דו וועסט זיך מחיה זיין.

פזמון

No comments: