Wednesday, March 22, 2017

רבי יהוסף שווארטץ - שושן פורים תשע"ז - פראג - הדר קבלוהו

א חלק פון די שושן פורים דרשה פאוערפול מאטיוועישאן אינספירעישאן. שיהיה לרא"ש ר"ת לעשות רצון אביך שבשמים. יעצט איז דיין צייט צו זיין דער ראש החבורה און זיך נעמען ארבעטן מיט דיינע געבענטשטע חושים און כוחות וואס דער באשעפער האט דיר געגעבן. עמלק איז עצלות אשר קרך בדרך ער זוכט נאר אפצושוואכן און אראפצוקלאפן דעם מענטש פארדעם תמחה את זכר עמלק מתחת השמים א שטענדיגי חוב יעדע מינוט.

נישט יעדער, אבער אסאך מענטשן סטראגלן מיט נסיונות ברוחניות ובגשמיות יעדן איינציגן טאג ער קען נישט אויספירן אפילו די פשוטע קלייניקייטן פאר די מענטשן פעלט זיך אויס נאך און נאך חיזוק און דרשות התחזקות אריינצוברענגן שטארקייט.

מען דארף עס כסדר חזרן צו געדענקן דער באשעפער האט מיר געגעבן די אויסטערלישע שטארקייט איך זאל קענען מצליח זיין. עז כנמר דאס איז דער כח התנגדות איך וויל נישט זיין קיין לוזער מיין גאנץ לעבן איך בין פון די בני אברהם יצחק ויעקב איך בין א בן מלך אזוי וויל איך לעבן און אזוי וויל איך שטארבן.

קל כנשר זיך פירן בזריזות בויען סעלף קאנפידענס מסדר זיין גאולס און עס אויספירן בס"ד. מאכן א פלאן מיט פונקטליכע דיטעילס און א דעדליין, ארויס פון מיין קאמפארט זאון און איך זעה די גרויסע פיקטשער הערליך שיין.

רץ כצבי מיינט צו טאן למעשה לויפן צו טאן מצות און אנטלויפן פון טאן שלעכטס נאר עקשאן כל היום.

גבור כארי ווייל די לעבן איז א מלחמה וואס איך מוז געווינען, אויפגעבן איז קיין שום אפשען מיט יעדע דורפאל וועל איך מיך שטארקן און שטארקן א מענטש איז געבוירן געווארן זיך צו לערנען און פארבעסערן זיך פירן מיט דיסיפלין דאס זענען די כללים פאר רוחניות און גשמיות, מדות און מעשים טובים, פעמילי און פרענדס, ביזנעס בויען נאר אזוי פייט מען אדיקשאנס און נאר אזוי לעבט מען מיט א בודשעט. ווי לאנג א מענטש איז גרייט זיך צו לערנען פון זיינע מיסטעיקס האט ער נאך א פיוטשער ועד יום מותו תחכה לו אם ישוב מיד תקבלו דאס איז מאטיוועישאן.

No comments: