Tuesday, December 15, 2015

Greenfeld with Shir Vshevach & Yedidim"Tzizamen"

Yedidim Choir presents Yoely Greenfeld and the Shir Veshevach Boys Choir, Conducted by Chaim Meir Fligman, singing "Tzizamen" off Yoely's brand new album titled "Zeh."

The song was written by composer and arranger Dudi Kalish from Israel and was rewritten to fit the event it was performed at, the annual dinner for Kollel Rebbe Meir Baal Hanes

Music By: B Y Holtzler
Guitar : Moshe Shwartz
Sax: Tzvi Goldring
Strings: Stanislov Co.
Choir: Yedidim
Kids Choir: Shir Vushevach
Stage Design: The Eventor
Mixed By: Blue Rhythm Label
Video By: Neumann Media



Lyrics:
צוזאמען אידעלעך
צוזאמען ברידערלעך
מיר זענען ווי איין קייט
אָן ווערן אפגעשיידט.

ברענגן א שמייכעלע
אין יענעם'ס היכל'ע
א קשר וואס נאר דער איד'ל פארשטייט.


ר' מאיר בעל הנס,
געהאלפען ווערן וועסט,
יא יא זיי זענען דא,
אין יעדע שווערע שעה,

פאר יעדען איינע,
גרויסע און קליינע,
אלקא דמאיר עננו,

צובראכן עלענד זיצן זיי מיט אויגן פארטרערט
שוין יארן לאנג, עס איז זיי באנג, ס'נאכנישט באשערט
א קינד צו האלטן אין די הענט, ווער טוט אונז פארשטיין
און ווייזט אונז אז מיר זענען נישט אליין.

ביי איינעם (האט) דאס רעדל זיך צום שלעכט א דריי געטאן
חובות, מזל, האט אים די פרנסה וויי געטאן,
אן קיין פלאן, דער אינגערמאן, פון ווי צו ברענגן ברויט
ווער וועט אים באגלייטן אין דעם נויט.

צוזאמען אידעלעך...


פארשפארט זיצט א איד'ל אין תפיסה דארט פארהאן
עסן, בריוון, און מיר פרואוון, אים מחזק זיין,
אפילו דארט, אין ווייטן ארט, דער איד האט דעם שפיר
ווער טראכט און זארגט זיך פאר מיר.

מיט א תהלים זיצט מען דארט ביים בעטל אין שפיטאל
עסן טרינקען, שפילן זינגען, חיזוק פון איבעראל,
טראגן ברענגן, זיך אנשטרענגן, ווער וועט זיך פאר זיי
אביסעלע פארגרינגערן דעם וויי.

צוזאמען אידעלעך...

דער בורא כל עולמים ער קוקט אויף כלל ישראל
דער ווארעם פאדעם, פון חסדים, ער ווערט אזוי נתפעל,
קוק ווי שיין זיי זארגן זיך מיט א צווייטן'ס פראבלעם
איך וויל אויך זיין א חלק אין דעם.

מיין ליבער פאלק מיין רחמנות ווערט ביי מיר ערוועקט
ישועות טיילן, און אויסהיילן, וואס איר זענט פארפלעקט,
וגאל אותם מעבדות אוועקנעמען דעם צער
ווייל חברים כל ישראל ונאמר!

צוזאמען אידעלעך...

No comments: