Wednesday, August 26, 2015

R' Yoel Roth "ס'איז דא א רבי" Music Video

דער ניגון וואס מען זינגט:

ס'איז דא רבי אויף דער וועלט, וואס פארשטייט מיר און קען מיר העלפן.
הרינו מקשר עצמי לרבינו הקדוש רבינו נחמן בן פיגא, רבינו נחמן בן שמחה.

=======

עס איז באקאנט וואס דער הייליגער צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע האט געזאגט, אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר אין שטאט אומן, און ער וועט געבן א פרוטה לצדקה לזכותו און זאגן דארט די צעהן קאפיטלעך תהלים טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ. באקאנט אלס די "תיקון הכללי", ווער עס וועט דאס טוהן וועט ער זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט א טובה צו טוהן פאר דעם מענטש, ביי די פאות וועט ער אים ארויסציען פון שאול תחתית

דער הייליגער רבי פארשטייט יעדן מענטש, ער ווייסט און פארשטייט וואס מענטשן גייען דורך, און ער האט זיך אונטערגענומען צו העלפן די אלע וועלכע קומען צו אים, און ער איז דאס מקיים ביז'ן היינטיגן טאג.

דאס איז א גאנץ יאר. אבער באזונדער האט ער צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אומן אויף ראש השנה, וועט ער זיין פאר אים א מליץ יושר און אויס'פועל'ן פאר אים א גוט געבענטשט יאר

No comments: