Tuesday, August 13, 2013

R' Yoel Roth - Music Video "Tikun Haklali"

Composed by Rabbi Yoel Roth. Vocals by the Bochurem in camp Tiferes Hatorah Breslav. Summer 2013, as a preparation for Rosh Hashanah in Uman.

Music by the Breslaver Band, Piano: Sender Roth; Guitar: Isaac Roth and Leiby Rottenburg; Drums: Ezra Schrieber; Flute: Chezky Samet.



דער ניגון וואס מען הערט

דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן סימן רכה): איך וועל מיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט איך זאל אים א טובה טוהן, ביי די פאות וועל איך אים ארויסציען פון שאול תחתית.

זאל זיין סיי ווער, אויב ער וועט קומען, צו מיין קבר, זאג איך אים צו, אז אויב ער וועט דארט זאגן, דעם "תיקון הכללי", נישט קיין חילוק ווי גרויס זיינע עבירות זענען.

און געב א פרוטה לצדקה און זאג: "לזכות רבינו נחמן בן פיגא", זאל ער זיין די נידריגסטע איד, אין די קלענסטע מדריגה.

=======

עס איז באקאנט וואס דער הייליגער צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע האט געזאגט, אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר אין שטאט אומן, און ער וועט געבן א פרוטה לצדקה לזכותו און זאגן דארט די צעהן קאפיטלעך תהלים טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ. באקאנט אלס די "תיקון הכללי", ווער עס וועט דאס טוהן וועט ער זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט א טובה צו טוהן פאר דעם מענטש, ביי די פאות וועט ער אים ארויסציען פון שאול תחתית!

דאס איז א גאנץ יאר. אבער באזונדער האט ער צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אומן אויף ראש השנה, וועט ער זיין פאר אים א מליץ יושר און אויס'פועל'ן פאר אים א גוט געבענטשט יאר.

======

די ניגון אויפן קליפ ווערט געזונגען דורך די בחורים פון ישיבה, זוממער תשע"ג אין קעמפ "מחנה תפארת התורה ברסלב", אלץ הכנה לאומן.

געשפילט דורך די ברסלבע בענד:
פיאנא - סענדער ראטה.
געטאר - אייזיק ראטה, לייבי ראטענבערג.
פויקער - עזרא שרייבער.
פלאוט - יחזקי סאמעט.
אפגעכאפט און צוזאמגעשטעלט דורך: HS Studios

No comments: